איינמאל איז דער ריזשינער געווען ביים אבטער רב – האט דער עולם {באמעקט} [באמערקט] דאס אויסער וואס דער אבטער רב האט אזוי ווי זיין שטייגער איז שטענדיג געווען אבגעבען געוואלדיג כבוד האט ער זיך אויך אבגעזאגט צו עסען אזוי ווי זיין געווענליכער דרך איז געווען.
דאן האט זיך דער אבטער אנגערופען: וואס פארשטייט איר נישט. שבת איז בעל הבית פון דעם גאנצען יאר אבער עס קומט א חשוב’ער אורח אזוי ווי ראש חדש – גיט דער שבת אוועק דעם אורח דעם די מוסף’דיגע שמונה עשרה.
אויב עס קומט נאך א חשובערער גאסט למשל יום טוב – גיט דער שבת דעם אורח אוועג דעם גאנצענען גאנצען דאווענען.און אוודאי אז דער סאמע חשובסטער גאסט קומט – יום כפור איז אזוי ווי דער אורח עסט נישט עסט דער בעל הבית אויך נישט.
חאטש דעם האבען זיך האט זיך דער סאווראנער רב געפרעגט ביי דעם אבטער רב: היתכן! ווי אזוי בעגט זיך דער גרויסער אבטער רב פאר אזא יונגען מענשען וואס איז נאך נישט קיין געלערנטער און שם’ט גאר נישט פאר א גאון?
ענטפערט אים דער אבטער: עס איז פאראן א מדרש: עתידין להיות תמימים יושבים בגן עדן עם האבות העולם – מי שלא קרא ולא {שנא} [שנה]:[בגליון:] ?.
אין אננעמענדיג זיין בארד האט דער אבטער רב אויסגע-שריען – איך שווער אז דער מדרש מיינט דעם הייליגען ריזשינער.
י.פ) אייזיק בראנשטיין