א חסיד פון ר’ מענדעלע רימענאווער איז איינמאל געווען אין ווין. אין יענעם יאר זענען נישט געווען קיין אתרוגים אין גאליציען און אז דער חסיד האט געזען א זייער א שענעם אתרוג האט ער אים געקויפט פאר ר’ מענדעלע. שפעטער זעט ער א גאר א שענערעם אתרוג – טראכט ער אזוי ער דארף אויך דארכפארען סאדיגארא וועט ער דעם ערשטען אתרוג וואס ער האט געקויפט פאר דעם ר’ מענדעלע געבען דעם ריזשינער און דעם שענערען בעהאלטען פאר דעם רימינאווער.

אז ער איז געקומען צום ריזשינער און האט אים געגעבען דעם אתרוג האט ער געזען ווי דער ריזשינער איז שטארק צערטומעלט געווארען. נאך א שטיק צייט פרעגט אים דער ריזשינער – דאס איז תאקי מיין אתרוג?

האט דער חסיד שוין געדארפט זאגען דעם גאנצען אמת און האט אים דערציילט די גאנצע מעשה און האט אים געוויזען דעם אתרוג וואס ער האט געקויפט פאר ר’ מענדעלע – האט זיך דער ריזשינער אנגער- ופען – דאס איז מיין אתרוג!

האט דער ריזשינער זיך אנגערופען: חמשה עשר בשבט ווייזט מען דעם צדיק וואס פאר אן אתרוג ער וועט האבען סוכות. אזוי ווי איך האב געזען דעם אתרוג האב איך אים נישט דערקענט. האב איך זיך זייער שטארק דערשראקען ווייל עס איס באוואוסט דאס דער צדיק אויב ער איז געווען מקלקל במעשיו איז ער נישט זוכה צו באקומען דעם אתרוג וואס ער האט גע מען האט אים געוויזען חמשה עשר בשבט. און אז איך האב אויך געזען דעם אנדערען אתרוג האב איך מורא געהאט דאס איך האב עפעס מקלקל געווען וואס איך געדענק נישט. אבער יעצט אז איך זע דאס דער אתרוג וואס דו האסט געקויפט צום לעצטען איז באמת געווען באשטימט פאר מיר בין איך שוין צו פרידען און בארוהיגט.

 

י.פ)                                                                                                          ר’ וועלוועל כץ