1) דער ריזשינער האט זיך נאכגעפרעגט וואס דער לובלינער האט געזאגט – בשעת דער פטירה פון ר’ שלום פראהאבישטער.

2) וואס האט פאסירט מיט דעם ריזשינער בשעת ער איז געווען צוזאמען אין איין שענק מיט א בראדער סוחר.

3) דעם ריזשינער’ס א ווארט וועגען אריינגען אין הימעל אריין.

4) [דער] ריזשינער טייטש אויס דאס מחלוקת צווישען יעקב און לבן.

5) א ווארט פון דעם ריזשינער אז זיינע קינדער וועלען [זיין?] די קויל (bullet)  [[קול יעקב]] וואס וואט “נעמען” דעם קייזער   (Czar?).

6) דריי ווערזיעס וועגען דעם ריזשינער’ס א ווארט – ווען א חסיד האט זיך באקלאגט דאס זיין פאטער טוט אים אן יסורים ווייל ער פארט צום רבין.

7) וואס דער ריזשינער האט געזאגט צו א חסיד וואס האט זיך באקלאגט אויף זיינע קינדער.

8) דעם לאווער רבין’ס א טייטש אויף דעם פסוק “ופנית ופנית בבוקר והלכת לאהלך”.

9) פארוואס דער ריזשינער האט זיך נאכגעפרעגט אויף אן אלטען יידען וואס איז געווען ביי אים און דערנאך האט מען אים נישט געקענט געפונען.

10) דעם אלטען סאדאגארעס א ווארט וועגען דער מלחמה צווישען ניקאלייען און דעם טערק (Crimean War?).

11) א מעשה וואס דער ריזשינער פלעגט דערציילען פורים ווי אזוי זאכען פירען זיך נישט אזוי ווי דער מענש וויל נאר ווי דער רבונו של עולם וויל עס זאל זיך פירען (וועגען א שידוך צווישען א בן הרופא און א בת הרב).

12) א מעשה וואס דער ריזשינער האט אליין דערציילט ווי אזוי ער האט געפועלט דאס א גביר א קמצן זאל ווערען א מכניס אורח.

13) נאך א מעשה וואס דער ריזשינער (?) האט דערציילט וועגען א גביר וואס איז געווארען א מכניס אורח.

15) א מעשה פון א ייד וואס איז געווארען א ריזשינער חסיד נאכ-דעם א חבר זיינער האט אים געבראכט א גרוס פון דעם עולם האמת אז דארט גיט מען אב גרויס כבוד צו די יידען וואס זענען געפארען אדער אפילו האבען געגעבען געלט צו ר’ אברהם פראהאבישטער אדער צו זיינעקינדער.

16) א מעשה וואס דער ריזשינער האט דערציילט פון אן אפיקורס וואס איז געקומען צו אים און האט אים געפרעגט פארוואס אמאליגע צדיקים האבען מוכיח געווען בעלי עבירה און יעצט זענען די צדיקים גאר מקרב די בעלי עבירה – און וואס דער ריזשינער האט אים דארויף געענטפערט.

17) ווי אזוי דער ריזשינער האט אויסגעטייטשט דעם מאמר “אלמלא שמרו ישראל שתי שבתות מיד היו נגאלין” ווען אן אפיקורס האט אים געפרעגט א שאלה דארויף.

18) ווי אזוי ר’ שלום מקארלין און ר’ מרדכי (נחום?) מטשענאביל האבען נאך דען הסתלקות פון דעם מלאך זיך צערטיילט מיט די יתומים ר’ שלום שכנא און ר’ ישראל חיים און א מעשה וואס איז געשען מיט ר’ שלום שכנא, מיט א {מופס} [מופת].

19) א מעשה וואס דער אלטער טשארטקאווער האט דערציילט פון דעם מגיד מקאזשניץ ווי אזוי ער האט געוואלט ברענגען די גאולה שלמה – און וואס דער טשארטקאווער האט אליין אויסגעלאסט ({ברעגט} [ברענגט] אויך פון דעם בעשט און דעם מגיד).

20) א פשט פון דעם אלטען סאדאגארער אויף דעם פסוק “התשכח אשה…ואני לא אשכחך” און וואס דער ריזשינער האט געזאגט אויף דעם פסוק.

21) דער שרייבער פון דעם כתב יד דערציילט ווי אזוי דער אלטער סאדאגארער האט געפראוועט 3 אלטע זקנים איינעם אן באהאשער חסיד און דער אנדערער א סאווראנער חסיד – און וואס שפעטער דער באהאשער חסיד האט דערציילט וואס דער באהאשער רבי האט דערציילט וועגען ר’ משה לייב מסאסאב.

22) מנהגים פון דעם ריזשינער און וואס ער האט געזאגט צו חסידים וואס זענען געקומען זיך באקלוגען אויף נייע גזירות אין רוסלאנד.

23) + 24) מאמרים פון דעם ריזשינער אויף אלטע צדיקים וואס אויף דעם עולם האמת האבען זיי פארגעסען מזכה צו זיין די וועלט.

25) א מאמר פון דעם (ריזשינער אדער סאדאגארער) ביי בדיקת חמץ.

26) א מעשה וואס איז געשען בשעת דער ריזשינער איז געווען אין {באדיטשוב} [בארדיטשוב] (?) מיט א סוחר וואס איז געווען פארבונדען מיט שדים און ווי אזוי דער ריזשינער האט אים געראטעוועט.

27) דער ריזשינער האט דערציילט א לאנגע מעשה פון א סאווראנער חסיד וואס חאטש דער סאווראנער רב האט אים נישט געקענט ראטעווען און דער ריזשינער האט אים יא געהאלפען – איז ער פארט ווייטער געפארען צו זיין אייגענעם רבין – דאס איז אמת’ע אמונה.

28) וואס דער סאדאגארער ר’                          האט געזאגט ביי א רקוד פון חסידים אין דעם יאר ווען דער באיאנער – זיין ברודער האט זיך ארויסגעצוגען קיין באיאן.

29) ווי אזוי דער אלטער סאדאגארער האט געהיילט א שטארק קראנקען חסיד און וואס ער האט געזאגט וועגען דאקטוירים בכלל.

30) דער ריזשינער האט דערציילט א מעשה וואס ווייזט אן דאס אמת’ע אמונה פון א חסיד אין דעם צדיק באשטייט דאס ער האט אמונה אין דעם צדיק חאטש עס זעעט זיך אים אויס אנדערש ווי דער צדיק זאגט אים.

31) וואס דער סאדאגארער ____ (?) האט געענטפערט דעם אלטען סאדאגארער (?) בשעת ער איז געווארען בר מצוה.

32) וואס דער ריזשינער האט געענטפערט א גביר א [מתנגיד] {מתנגד} –  וואס האט זיך באקלאגט דאס זיין זון – א יונגער מאן – האט זיך באזעצט אין ריזשין און איז געווארען א חסיד.

33) ווי אזוי א ייד איז געהאלפען געווארען פון א סכנה’דיגע שלאפקייט פון דעם אלטען סאדאגארער חאטש ער האט אים נאר איינמאל געגעבען שלום – און פון דעמולט אן איז ער געווארען א סאדאגערער חסיד.

34) ווי אזוי דער סאדאגערער רבי האט לאנג אויסגעשטרעקטגעמאכט זיין טיש ביז ער האט דערגרייכט נאך נאוואסעליץ ווי יידען זענען געזעסען טרוערדיק ווייל זיי האבען נישט דערספעהעט צו קומען צום רבין אויף שבת.

35) א מעשה ווי אזוי דער סאדאגארער האט געראטעוועט א שטארק שלאפען חסיד וואס מען האט אים שוין מייאש געווען.

36) דעם סאדאגארער’ס ברכה – א רפואה שלמה האט געהאלפען 

37) דער באלאכאווער האט דערציילט וואס איז געשען מיט א יידען מיט א קרענקען זון וואס איז געפארען צו זיין רבין נאך נישחיז.

אויך א תורה פון דעם רבין (?) אויף דעם פסוק ויהי הבל רועה צאן.

38) א מעשה ווי אזוי דער בעשט האט א טובה געטון א יונגען מאן א ירא שמים אויף יענער וועלט און ווי אזוי ארום איז ר’ וואלף קיצעס – וואס איז פריער געווען א {מתנוגד}[מתנגד] פון דעם בעשט געווארען דעם בעשט’ס א חסיד (געהערט פון דעם באלאכאווער).

39) דער באלאכאווער האט דערציילט א מעשה ווי אזוי דער מאיר נתיבים אין בראד האט געוואלט שמייסען דעם בעשט (וואס מ וועמען מען האט גערופען “ישראל דער באבעס”)ווייל ער האט אנגעהויבען צו דאווענען נוסח ספרד אבער דער בעשט האט באוויזען א {מופס} [מופת] און דער מאיר נתיבים האט געמוסט אים מפייס זיין און מודה זיין דאס דער בעשט איז א בעל {מופס} [מופת].

40) חאטש צווישען ר’ מאיר פרעמישלאנער און דעם סטרעטינער איז געווען א מחלוקת ווען די טאכטער פון דעם סטרעטינער איז געווען שלאף איז מען געקומען צו ר’ מאיר בעטען פאר א רפואה שלמה.

ר’ מאיר האט דעם יידען וואס איז געקומען בעטען געגעבען צוויי שמאטעס און דאביי דערציילט א מעשה פון א גביר וואס ער איז געווען א קמצן און ר’ מאיר האט אים געמאכט פאר א גרויסען מכניס אורח. (אויך געהערט פון’ם באלאכאוואר).

41) א מעשה ווען דער סאדאגארער און זיין ברודער דער באיאנער האבען זיך געשפילט בשעת זיי זענען געווען גאר קליינע קינדער און דער סאדאגארער האט זיך אנגערופען דאס ער איז גרעסער ווי דער מגיד און וואס דער אלטער סאדאגארער האט דארויף געזאגט.

42) חסידים האבען אמאל שטארק געבעטען דער אלטען  טשארט-קאווער צו זאגען תורה – האט ער זיי דערציילט א מעשה ווי אזוי דער מגיד האט געראטעוועט א חסיד זיינעם פון פערחאפט ווערען פון א חברה שדים שדים.

43) ווי אזוי דער ריזשינער האט געענטפערט אז מען האט אים געפרעגט פארוואס מען זעט אים נישט באווייזען {מופסים} [מופתים]  ווי אנדערע רביס און א מעשה וואס ער האט דערציילט (א {מופס} [מופת]) פון זיין פאטער – ר’ שלום שכנא דאס ער אליין האט באוויזען אז ער איז געווען א קינד (ער האט געהאלטען דאס נאר אלס קינד האט ער געוויזען {מופסים} [מופתים] – שפעטער איז ער ארויף אויף א העכערע  מדריגה [(].

44) נאך א {מופס} [מופת] וואס דער ריזשינער האט באוויזעןבשעת ער איז געווען א קינד – (דערציילט פון אים אליין).

45) רביצין גיטעלע – דעם סאדאגערעס שוועסטער דערציילט ווי איר ברודער האט צו טאפען [?] אפילו אויף א מחשבה

46) רביצין גיטעלע האט אויך דערציילט ווי אבגעהיטען איר ברודער איז געווען ווען ער איז נאך געווען א קינד אין וויגעלע.

47) א מעשה ווי אזוי דער קאפיטשיניצער רבי האט געהאנדעלט מיט א בחור וואס האט זיך פארליבט אין א שיקסע.

48) דער באיאנער רבי דערציילט וואס ער האט געהערט פון דעם אלטען סאדאגארער ווי אזוי ר’ שלום שכנא האט אויסגעקליבען א נאמען פאר דעם ריזשינער און פארוואס דער ריזשינער האט נישט געוואלט הייסען ר’ פייוויש לויט דעםר’ פייוויש קרעמיניצער חותנו של המלאך. אויך דערציילט דער באיאנער א מעשה ווי אזוי דער מגיד האט געשיקט דעם ר’ שמעלקע און דעם בעל הפלאה צו ר’ פייוויש פאר א שידוך מיט דעם מלאך.

49) אן אלטער ריזשינער חסיד דערציילט וואס דער ריזשינער האט דערציילט וואס מיט אים איז געשען ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד – און פארוואס ער האט געזע געטענעט “וואס האב איך צו טוען מיט דער נידריגער וועלט”.

50) ווי אזוי דער ריזשינער האט געטראפען וואס א ווינער פראפעסאר וואס איז געקומען צו אים האט געהאט במחשבה.

51) ווי אזוי ר’ אהרן (?) סאדאגארער האט אויסגעטייטש דעם מאמר “מי שמתו מוטל לפניו”.

52) ווי אזוי ר’ ישראל סאדאגארער האט געהיילט א שטומען בחור.

53) וואס דער שטעפענעשטער האט דערציילט ווי אזוי צדיקים פון רשב”י  האבען געוואלט די גאולה ברענגען און נאר דער רבינו של עולם און דער ס”מ האבען געוואוסט ווער דער יחיד וואס קען ברענגען די גאולה איז. דעם כח איז איבערגעגענגען פון צדיק צו צדיק און דער לעצטער דער ריזשינער האט עס איבערגעגעבען צו זיינע קינדער וואס זענען זיך מוסר נפש פאר כלל ישראל.

54) א מעשה וואס דער רימינאווער האט דערציילט פון זיין פאטער ר’ הירש {משרש} [משרת] וואס ער האט געהאט אסך קינדער וואס זענען אוועק בחייו און ער האט געשריבען ר’ שלום מקאמינקע וואס ביי אים איז אוועגגעגאנגען א קינד דאס ער האט זיך אויסגעלערנט די מדה פון מקבל יסורים באהבה פון א דארפס יידינע און האט דערציילט א מעשה פון דער יידינע.

55) א לאנגע מעשה וואס דער ריזשינער האט דערציילט פון דעם בעש”ט ווי אזוי זיינער א חסיד וואס איז געווען א יורד האט אנגענומען א שליחות פון דעם בעש”ט און אזוי ארום האט שפעטער געהאלפען דאס דער בעשט זאל אויסגעפונען וועגען א מקוה וואס איס פסול און דאפאר {אן} [און] וועגען שדים א. א. וו. (דער ריזשינער איז שפעטער געפארען קיין לובלין אויף א חתונה?).

56) ווי אזוי דער טשארטקאווער בשעת ער איז געווען א קינד פון 6 יאר האט איינגעטייטש השי”ת מאמר “וקרח שפיקח היה”. 

57) ווי אזוי דער טשארטקאווער האט געהאלפען א ייד א {מתנגיד} [מתנגד] וואס זיינע שונאים האבען אוף אים אויסגעטראכט א בלבול.

58) דער סאדאגארער (וועלכער?) דערקלערט פארוואס ער האט איינער? פון זיינע קינדער ליבער פון די אנדערע  ?. 

59) א לאנגע מעשה וועגען א ייד א סוחר וואס איז געווארען אן עני ואביון און דער סאדאגערער – ר’ ישראל – האט אים געהאלפען צוריקווערען אן עושר. 

(אינטערעסאנט וועגען די באשרייבונג פון עקאנאמישע מעטאדען ביי ארענדא’ס און געשעפטען).

60) ווי אזוי דער אלטער סאדאגארער האט געלערנט פשט אין דעם מאמר אין דער גמרא “וחזקי’ גנז ספר הרפואות” – ווען ער האט געהאלפען א חולה ווערען געזונד

61) ווי אזוי דער ריזשינער האט גערוטען דעם גרויסען ליפעראנט פאר דעם צאר יעקב יוסף היילפערין ווי אזוי זיך ארויסדרייען פון א קרימינאל אויספארשונג 

(אינטערעסאנט פאר א בילד וועגען געשעפטליכע “מאראל” ביי יידען אין רוסלאנד).

62) א מעשה ווי אזוי דער ריזשינער בשעת ער איז געווען אין א דארף צווישען קיטוב און קאסאף – דארט ווי דער בעשט האט געוווינט איידער ער איס נתגלה געווארען – האט געשעמוסט מיט אן ערל – א גאר אלטען –וואס האט געע געהאט אן אויפטראג פון דעם בעשט איבערצוגעבען א זא פעלענעם זאך צו ר’ ישראלינו (דעם ריזשינער).

63) בשעת דער ריזשינער איז געזעסען אין געפענגעניש האט א גביר א חסיד געפועלט מען זאל אים אריינלאזען און ווי אזוי ער האט געבראכט גריס צווישען דעם ריזשינער און זיין מוטער און די סימנים וואס זענען אנגעגאנגען צווישען דעם ריזשינער און זיין מוטער.

64) וואס דער טשארטקאווער האט געזאגט דעם רימינאווער וועגען נישט אברעכענען חצות און האט {זי} [אים?] דערציילט א מעשה פון דעם בעשט ווי אזוי ער האט געדינט דעם רבונו של עולם “במחשבה לבד”.

65) וואס דער טשארטקאווער האט געזאגט פשט אויף א מאמר בזהר וועגען “מאן דרחים לי’ הקוב”ה…

66) דעם אלטען סאדאגארע’ס אויסטייטש פון דעם פסוק “וימת מלך מצרים ויאנחו בני ישראל מהעבודה”.

67) אן אנדערען טייטש אויף דעם זעלבען פסוק פון דעם אלטען סאדאגארער.

68) ווי אזוי א לובלינער חסיד האט אויסגעקליבען דעם ריזשינער פאר זיין רבין – צוליב דעם ווייל דער ריזשינער איז געווען דער איינציגער צדיק וואס האט דערקענט פון וועמען דער לובלינער חסיד האט געלערנט תורה.