אלס[?] דער אלטער סאדאגארער איז נסתלק געווארען י”א אלול איז געווען שמחת תורה אז אלע יום טובדיגע טישען זענען די צוויי ברידער ר’ יצחק (באיאנער) און ר’ ישראל’נו (דערנאך דער סאדא-גארער) געזעסען צוזאמען.
צו שמחת תורה ביי אתה הראת האבען חסידים שוין אנגעהויבען צו רודערן און זיך צו קריגען ווער עס זאל צוגעען צו אתה הראת – אבער צום סוף איז צוגעגאנגען דער שטענדיגער בעל התפילה.
אבער צו שבת בראשית זענען האבען שוין די ביידע ברידער געפראוועט סעפאראטע טישן.
ביי ר’ יצחק’ס טיש (ער איז געווען דער בכור) זענען געזעסען ר’ דוד ארטענבערג און ר’ יוסף ישראל’ס – צוויי פון די שענסטע סאדאגארע חסידים וואס זענען נאך געווען ביים ריזשינער.
אז ר’ יצחק האט אנגעהויבען צו זאגען תורה – דאס הייסט דאס ערשטע מאל וואס ער האט אנגעהויבען צו זאגען תורה אלס רבי – האט ער אנגעהויבען מיט די ווערטער: בראשית – זאג איך ש’ בת – שבת (דאס זעלבע ווערד געבראכט אין זהר).
האט ר’ יוסף ישראל’ס אנגעהויבען צו ציטערן פון התפעלות
און האט זיין שכן (דער פאטער פון אזש צערקראצט דאס פלייש אזוי האט ער אים אנגעכאפט דעם פוס.
זענען חסידים פארחידוש’ט געווארען – וואס איז דאס ווארט אזוי גאוניש? וואס דארף מען אזוי אריין אין התפעלות? עס {שטיין} [שטייט] דאך אין זהר!
האט ר’ יוסף ישראל’ס און אויך ר’ דוד ארטענבערג (דער בארדיטשעווער רב) דער ציילט אז ווען ר’ יצחק איז געווען א קינד פון א יאר (ער איז געווען האט מען אים אריינגעטראגען
צום ריזשינער און דעמאלט האט מען אים אויסגעלערנט צו זאגען דאס ערשטע ווארט זיינ’ס “גוט שבת”. דעם שבת האט ער נישט גוט ארויסגערעדט – אז ער איז ארויסגעקומען ש’ בת.
האט זיך דער ריזשינער אנגערופען – הערט – ער זאגט ש-בת – שבת.
און דערפאר זענען די אלטע ריזשינע חסידים אזוי נתפעל געווארען פון ר’ יצחק’ס ערשטע דברי תורה אלס רבי.
י.פ)
מתתי’ שפעקטאר
(באיאנער חסיד)