דער אלטער הוסיאטינער איז געווען א קפדן. איינמאל האט זיך געטראפען דאס דער גבאי ר’ דוד האט אים דערלאנגט א כוס און דער כוס האט זיך איבערגעקערט. האט דער הוסיאטינער זיך {אויסגערייעט} [אויסגעדרייט] צום אים און אים אנגעקוקט מיט אזא בליק וואס האט אים א שרעק באפאלען.
ר’ דוד האט באלד באקומען אן אויסשלאג אויף דער האנד און האט נישט געטארט אריינקומען צום רבין א שטיק צייט ביז ער האט אים געקענט איבערבעטען.
י.פ)
יעקב טייטלבוים