דער בעשט האט אמאל געזאגט צו ר’ בער דעם מעזריטשער מגיד אז עס וועט אראבקומען א נשמה וואס וועט ממליץ טוב זיין אויף יידן. איך {וויל} [וועל] שוין נישט זוכה זיין אים צו קענען אבער דו יא.

ווי אזוי וועסט דו אים דערקענען? אז ער וועט קומען מנחה דאווענען און א ייד וועט שטעען ביים עמוד און וועט אים נישט צולאזען צום עמוד.

שפעטער אסך יארען איז געקומען דער (שפעטערדיגער) בערדיטשעווער רב צום מגיד און ער האט געוואלט דאווענען מנחה און מען האט אים נישט {געלאז} [געלאזט].

האט דער מגיד זיך אנגערופען: דאס איז תאקי דער יונ יונגער מאן וואס דער בעש”ט האט געמיינט.

 

י.פ)

גדלי’ שווארץ