ר’ שמואל מבראד איינער פון די חכמי בראד איז געווען דעם בארדיטשעווער’ס תלמיד. ער איז געווען א איש קדוש. איינמאל איז ער געקומן צום בארדיטשעווער און האט נישט באלד געקענט  העריינקומען און האט אנגעהויבען צו אריינקוקען אין א ספר. אים ספר האט ער דערזען א כתב יד.

אין דעם כתב יד האט דער בארדיטשעווער אנגעשריבען די אלע שיחת חולין וואס ער האט געהערט פוון דעם מגיד. דארט זענען געווען אזאלכע זאכען וואס דער ר’ שמואל האט גאר נישט פארשטאנענן און וואס האבען אויסגעזען ווי נארישקייטן.

אז ער איז שוין העריינגעגאנגען מקבל פנים צום בארדיטשעווער האט ער אים געפרעגט וואס ער האט אויפגעשריבען די שיחת חולין. 

האט ער אים דער בארדיטשעווער געענטפערט: די גאנצע צייט וואס איך בין געווען ביים מגיד האב איך געפרוווט אויפצו-שרייבען אלס וואס דער מגיד האט געטון. אבער נאר האלב [האב]איך משיג געווען – די אנדערע העלפט האב איך נישט געקענט משיג זיין – איך האט עס נישט פארשטאנען.

 

י.פ)

מעכעלע שוחט