שפעטער האט ר’ מעכעלע סלאטשאווער געזאגט צו זיין זון – קום מיט צום מגיד.

זיי זענען געזעסען צוזאמען פאר אוויילע. דערנאך איז דער מגיד הערויסגעגאנגען. אויף דען טיש איז געלעגען דעם מגיד’ס פושקע און דאס קינד האט זיך אנגעהויבען צו שפילען דאמיט.

אז דער מגיד איז צוריקגעקומען האט ער באמערקט דאס די פושקע שטייט נישט אויף דעם זעלבען פלאץ.

האט ער זיך אנגערופען:

אז א צדיק לעגט אוועק א זאך איז ער בונה 

עולמות – אבער אז מען רירט עס פונ’ם ארט איז מען 

ח”ו סותר עולמות.

 

י. פ)

פנחס לאנדוי

מעכעלע שוחט