א מיניט איידער זיין פטירה האט זיך ר’ רפאל בערשעווער אנגערופען: א דאנק דיר רבונו של עולם – מיר דאכט’ס זיך אז איך בין שוין ב”ה פריי פון גאוה.

אבער ער האט זיך באלד א חאפ געטון.

 

אך אזוי איז וויי צו מיר! דאכט זיך געהארעוועט א גאנץ לעבען אנטקעגען שקר און גאוה – און דאס איז ביידע אי שקר אי גאוה.

 

י. פ)

פנחס לאנדוי