דער רב איז געווען א חלוש און א גרויסער ארמער מאן. האט ער איינמאל געוואלט פארען צום מגיד נאך מעזריטשאון האט נישט געקענט גייען צו פוס.
האט ער געבעטען דעם היימישען בעל עגלה ער זאל אים לאזען פוהרען מיט זיין פערד און וועגעלע. האט דער בעל עגלה געזאגט: מילא איבערלאזען מיין ווייב און קינדער אן פרנסה – פערלאז איך מיך שוין אויף נסים – אבער די פערד ווייסען קיין חכמה נישט – זיי מוזען האבען הָאבער אוף צום עסען. וואס וועט זיין מיט זיי. האט דער רב אים געגעבען אן עצה – ער זאל פאר-קויפען איין פערד – וועט ער האבען סיי אויף צו געבען דער פאמיליע עסען בשעת ער איז אוועג פון דער היים און ער וועט האבען אויך צו געבען דעם איינציג געבליבענען פערד האבער אויף דעם וועג. האט מען אזוי געטון און דער רב און דער בעל עגלה האבען זיך געמאכט אויף דעם וועג.
אזוי ווי מען איז געפארען נאר אויף מיט איין פערד האט מען נישט געקענט האבען קיין אזא גוטע קאנטראלע איבער דעם וואגען. אז מען איז געקומען פאר א שענק – באמצע הדרך – און מען האט זיך געוואלט אבשטעלען – איז עדער מען האט געקענט דאס פערד צוימען איז די דישעל ( ) העריין אין אים פענסטער פון דער שענק און האט אויסגעבראכען א שויב.
איז הערויס דער פריץ מיט גרויס כעס און האט א שריי געטון – ווער האט דאס אזוי צערבראכען מיין שויב. דער בעל עגלה האט א דערשראקענע אנגעוויזען אויף דעם רב. דער פריץ האט געגעבען א קוק אויף דעם הדרת פנים פון דעם רב – אויף זיין הייליגע צורה – איז ער געווארען נשתומם געווארען – ער האט אים איינגעלאדען צו זיך אין שטוב העריין – אים אבגעגעבען גרויס כבוד – און נאך דעם האט ער אים געגעבן נאך א פערד. ער זאל קענען פארען שנעלער צו מעזריטש.
אז דער רב מיט דעם בעל עגלה האבען זיך ווייטער געמאכט אויף דעם וועג – גיט דער רב דעם בעל עגלה א פרעג: איך פארשטיי דיך נישט! דו האסט געהאט בטחון צו מיר – ביסט אוועגגעפארען פון דיין משפחה נישט קיקענדיג ווי אזוי זיי וועלען לעבען – און אז עס געקומען צו דעם פריץ פעטש האסט אנגעוויזען אויף מיר.
ענטפערט דער בעל עגלה: דאפאר טאקי, רבי, ווייל איך האב געהאט אמונה אין אייך האב איך אנגעוויזען אויף אייך. אויב איר זענד טאקי אזא הייליגער רבי ווי איך האב געמיינט וועט דאך דער פריץ נישט קענען אויך שאטען – און אויב נישט – זענד איר דאך ווערד די פעטש!
זאגט די וועלט דאס שטענדיג ווען דער רב {אין} [איז] געווען אין אן עת צרה האט ער איבערגעחזר’ט די מעשה און פארענדיגט מיט דעם אויספיר – און אויב נישט איז ער דאך ווערט די פעטש!
י. פ)
טאלנער רבי