אז שרה’לה די ריזשינער רביצין איז נפטרה געווארען אחרון של פסח האט דער ריזשינער שטארק געוויינט.

די עלטערע חסידים האבען אים געפרעגט וואס ער וויינט און טרויערט אזוי – עס איז דאך אחרון של פסח און ער פארשטערט דאך שמחת יום טוב.

האט ער געענטפערט: דער בעש”ט האט דריי מאל אין זיין לעבען געוויינט 1) בשעת אויפ’ן וועג נאך ארץ ישראל איז דאס שיף געזינגען געווארען

2) בשעת אדעל זיין טאכטער איז געפאלען אין טייך אויפ’ן וועג צוריק.

3) בשעת זיין רביצין איז נפטרה געווארען

 

איך – האט דער ריזשינער ווייטער גיזאגט – האב געהאפט דאס בסוף ימי וועל איך זוכה זיין צו פוהרען נאך ארץ ישראל – יעצט האב איך מורא דאס ווייל מען האט מיר אוועג – גענומען דעם פלג גוף מיינעם וועל איך שוין נישט מער קענען זיין.

 

י. פ)

מרדכי שלמה יוסף פרידמאן

סאדאגארער רבי