דער ריזשינער האט אמאל געזגט: איך האב עטלעכע קלאסען חסידים.
עס קומען צו מיר יידען צוליב רוחניות – זיי בעטען אויף יראת שמים, פרומקייט א. ד. ג. [= און דאס גלייכען]
אנדערער קומען צו מיר פאר גשמיות – פרנסה, רייכטום.
און איך האב יידען וואס וואלגערן זיך ביי מיר – יושבים – חסידים.
אבער אז מען וואלגערט קומט מען נישט לידי חימוץ
י. פ)
באיאנער רבי