ר’ אשר יהושע אלעזר חאדאראף איז געווען דעם גרויסען [ר’] ליבער’ס א שוועסטער’ס א זון און איז געווען אויסגעצויגען ביי דעם גרויסען ר’ ליבער אין הויף.
ער איז געווען א גרויסער גביר און געלעבט אין בארדיטשעוו און געשם’ט אלס געוואלדיגער מכניס אורח.
[בגליון:] *ער איז געווען {אזוי} [אזא] גרויסער גביר אז ער האט איבערגעלאזט 13000 קארבעל בשעת ער איז געשטארבען – אין דעמולדיגע ארען האט עס געהייסען א גרויס רייכטום
איינמאל האט ער געהאט א גרויסען עולם ביי א סעודה. עס איז געווען פון כל טוב וטוב – נאר שנאפס האט געפעלט. האט מען אים געבעטען – עס קאסט אזוי פיל די סעודה – וואס פאר א ממשות מאכט א ביסעל שנאפס – וועט קאסטען א רובעל – צוויי.
ענטפערט ר’ אשר: איך האב גענוג געהארעוועט מיט דעם יצר הרע עס זאל מיך נישט הארען אז א ייד וויל עסען זאל איך געבען. שנאפס מאכט אפעטיט צום עסען – נאך געבען שנאפס צו א סעודה אז מען זאל מאכען אפעטיט צום עסען בין איך נישט {מחיוב} [מחויב].
י.פ) פנחס לאנדוי