איינמאל האט זיך ר’ מאטעלע געמאכט אויף דעם וועג
איינמאל איז ר’ מאטעלע טשערנאבעלער געווען {אים} [אין] וועג – האט זיך געמאכט דאס ער האט זיך אומגערעכט געדארפט שטעלען אין א קליין שטעדטעל. האט מען געמאכט פאר אים א סעודה – אבער פיש זענען נישט געווען.
האט זיך ר’ מאטעלע אנגערופען: צוליב וואס פאר א טעם איז אז מען עסט מען פיש ביי א סעודה – ווייל אזוי ווי די פיש זענען כשר אזוי איז די גאנצע סעודה כשר.
אבער ווי אזוי עס איס נישט דא קיין פיש מוס איז דאך נישט דא קיין סימן מוס מען בודק זיין דעם שוחט. איז דער שוחט געקומען מיט זיין חליף. דער טשערנאבעלער פלעגט בודק זיין דעם חליף אויך דער נישט-שארפער זייט און לסוף האט ער האט דעם שוחט געוואלדיג געלויבט.
די יידען וואס זענען מיטגעפארען מיט ר’ מאטעלע האבען צערפויקט די מעשה מיט דעם שוחט – און אז אגרעסערע שטאדט אין דער סביבה האט געהערט אז דער שוחט איז אזוי געלויבט געווארען פון ר’ מאטעלע האבען זיי אים אויפגענומען אלז שוחט.
נישט לאנג דערנאך האט זיך געטראפען א זייער מאוסע מעשה מיט דעם שוחט און די בעלי בתים זענען געלויפען צו ר’ מאטעלע צו פרעגען וואס מען זאל מיט אים טוען.
האט מען נישט געקענט צוקומען צו ר’ מאטעלע – האבען זיי געטראפען ר’ דודו’ל טאלנער האבען זיי אים דערציילט.
האט ר’ דוד’ל געזאגט: איך בין אויך געווען מיט ר’ מאטעלע אין דעם שטעדטעל ווי עס האט זיך געטראפען דאס ער איז אזוי געלויבט געווארען. אמתדיק זאגענדיג ביןאיך נישט אזוי נתפעל געווארען פון דעם שוחט אבער איך האב זיך דאך נישט געקענט אנטקעגען שטעלען.
דערנאך דעם האט ר’ מאטעלע יא געענטפערט די טענות פון די בעלי בתים.
דער שוחט איז געווען מטופל מיט קינדער – תאקע ער האט מיר נישט איבעריג געפעלין אבער אין א קליין שטעדטעל איז דאך נישט די געפאר מיט דעם יצר הרע נישט אזוי גרויס האב איך מורא געהאט צו שטעלען אויף זיך אים ארויס צו-ווארפען פון א פרנסה.
האב איך אים שטארק געלויבט אז ער זאל קומען אין א גרויסער שטאדט דער זכות פון דער גרויסער שטאדט וועט איר שוין ביישטייען אים און זיין אמת’ע קאלירען צו ווייזען.
י.פ) אלעזר זאהן