אז דער אבריטשער רב האט אנגעהויבען צו פלאנעווען צו פארען קיין ארץ ישראל האט ער געטראפען אן ארץ ישראלדיקען ייד ביי זיך אין שטעדטעל. האט ער אים אויסגעפרעגט איבער ארץ ישראל. ענטפערט אים דער ייד דאס די שטיינער אין ארץ ישראל זענען ממש דיאמאנטען.
דערציילט דער אבריטשער רב די נייעס צו זיין רביצין און הייסט שוין אנגערייטען צו דער נסיעה.אז ער איז אנגעקומען קיין א.י. האט ער געזען דאס שטיינער זענען שטיינער און נישט אזוי ווי דער ייד האט אים אויסגעמאלט. האט ער געמיינט דאס דער ייד האט אים אבגענארט.
טרעפט דער אבריטשער דעם זעלבען יידן נאך עטלעכע וואכען אין צפת און האלט אים פאר אמאי ער האט אים נישט געזאגט דעם אמת. ענטפערט אים דער ייד דאס דאפאר זעט איר נישט ווייל ער האט “פארשמירטע אויגען”.
האט דער אבריטשער רב געוואלט אויס פרואווען צו דאס איז אמת – האט ער אנגעהויבען צו פאסטען סיגופים און אזוי אבגעפאסט 40 טעג.
צום 40 טען טאג האט ער געמאכט א סעודה א גרויסע און דער ציילט די חסידים די גאנצע מעשה. דער נאך רופט ער זיך אן צו זיי:
גלויבט מיר דאס מיינע אויגען זענען יעצט שוין געלויטערט און יעצט זע איך דאס דער ייד האט מיר דעמולט געזאגט דעם אמת, אין נישט אבגענארט די שטיינער זענען תאקע דיאמאנטען אין ארץ ישראל.
י.פ)
דוד פישמאן