דער טאטע פון ר’ יעקב טייטעלבוים, ר’ ישראל מרדכי האט נאך געקענט די יידינע טשארנע פון }וועמן{[וועמען] מען דערציילט די מעשה:
טשארנע איז געווען א געוואלדיגע זקנה – זי האט נאך גע=טראגען דעם אלטען קאפיטשיניצער אויף די הענד.
דער פאטער פון טשארנע איז געווען א גרויסער גביר און אן אבטער חסיד. ער האט אראבגעבראכט דער אבטער רב נאך יאס און האט אים אבגעצולט אלע חובות. טשארנע איז געווען זיין בת יחידה.
איינמאל איז זי געווארען שטארק שלאף און דער פאטער איז געקומען צום אבטער פאר א רפואה. האט אים דער אבטער רב מבטיח געווען דאס דער השם יתברך וועט העלפען. אבער זי איז אלס געווארען קראנקער און עס האט שוין געהאלטען ביים לעצטען. מען איז אלס געלאפען צום אבטער ער זאל זעען העלפען. האט דער אבטער געזאגט דאס נאר איין זאך קען העלפען: דאס מען זאל געבען על ר’ מאיר בעל הנס אזוי פיל רענדלעך וויפיל דער נאמען טשארנע באטרעפט – ווייל צדקה תציל ממוות.
דער גביר האט שוין נישט געהאט אזוי פיל געלד – האט זיין יידינע פארזעצט א טייערען דיאמאנטענען שטערנטיכעל און דעם סכום אוועגגעלעגט דעם רבי’ן אויף דען טיש.
אבער עס האט נישט געפועלט – טשארנע איז געשטארבען. איז די יידינע געקומען מיט א געשריי צום אבטער – סטייטש! איר האט דאך צוגעזאגט אז צדקה תציל ממות!
דער אבטער רב האט זיך שטארק אויפגערעגט און האט זיך אנגערופען: מיין כבוד בין איך מוחל אבער די תורה צו מאכען א פלאסטער [=פלסתר] (פאלשונג) קען איך נישט דער לאזען!
האט דער אבטער רב גענעמען זיין שטעקען און איז געגאנגען צום הויז ווי טשארנע איז געלעגען. ער האט געלאזט מאכען הקפות און האט זיך פארשלאסען אין דעם חדר מיט טשארנע אליין. נו – פארשטייט זיך איז דער סוף איז געווען דאס טשארנע איז געווארען א לעבעדיגע.
אין דעם יאר איז דער אבטער רב נפטר געווארען. איידער יציאת נשמתו האט ער געזאגט: איך ווייס דאס דאס איז דאפאר ווייל מען טור נישט צופיל איינרייסען די וועלט!
י.פ) יעקב טייטעלבוים