ר’ מאטעלע טשערנאבילער איז געווען אמאל אויף א חתונה אין גאליציען. אויף דער חתונה איז דעם אלטען בעלצער’ס (ר’ שלום) זון ר’ משה מקאראוב אויך געפארען. ר’ שלום, וואס האט אמאל געזאגט דאס אויב ר’ מאטעלע זאל זיין 100 מייל ווייט פון דאנעט וואלט איך אים געגאנגען אנקוקען, האט מיט ר’ משה געשיקט א קוויטעל אויף וואס איז געשטאנען נאר זיין נאמען און דער מאמעס נאמען און אויך א פדיון פון צוויי רייניש. ער האט אנגעזאגט ר’ משה ער זאל זיך גוט צוקוקען וואס ר’ מאטעלע וועט טוען מיט דעם קוויטעל און דעם פדיון.
אז ר’ משה איז צוריגגעקומען פון דער חתונה האט אים ר’ שלום בעלצער געפרעגט: וואס האסט דו געזען? האט אים ר’ משה געענטפערט: מיט דעם קוויטעל האט ער זיך ארומגעוויקעלט דעם מיטעלסטען פינגער פון זיין רעכטער האנד. און דאס געלד האט ער געלעגט אין דער טאש פון זיין וועסטעל.
האט דער אלטער בעלזער געזאגט: ער האט אזוי געטון מיט מיין קוויטעל ווייל ער האט געוואלט אנווינשען די יידען מיט מיין נאמען – און דאס געלד האט ער אריינגעלעגט אין דער זעלבער קעשענע פון וואנעט ער שפייזט די ל”ו צדיקים.
י.פ)
ביליצער רב
הרב שטערן