דער סקוהלער מגיד ר’ שלמה לוצקער האט געהאט א מופת פון דעם {מעריטשער} [מעזריטשער]מגיד.
ר’ מאטעלע סלאטשאווער [בגליון: יחיאל מיכל?], דער זון פון ר’ יצחק דראהאביטשער – האט געפירט א חצר פאר זיך אין נישט געווען פון דעם מגיד’ס תלמידים. איינמאל איז ער געווען אין מעזיבוזש מעזריטש אבער נישט בתורת חסיד.
דער זריזשעווער נעסכעזשער רב – איינער פון ר’ מאטעלע’ס מענשען – איז מיטגעפוהרען. האט דער זריזשעווער[נעסכעזשע] רב געדארפט האבען ר’ מאטעלע און האט אים נישט געקענט געפונען. האט ער געטראפען ר’ שלמה לוצקער און האט אים געפרעגט: וואו איז מיין מיין רבי?
ר’ שלמה האט געמיינט דאס ער מיינט דעם מגיד ווייל סתם רבי איז ביי אים געהייסען דער מגיד, אין האט אים צוגעפירט צום מגיד.
אז ר’ מאטעלע האט עס דערהערט האט עס אים שטארק פארדראסען אין האט זיך אויסגעשריען אויף ר’ שלמה: דו וועסט שוין נישט זיין קיין רבי!
דער מגיד ברוח הקודש האט דערשפירט בחדרו המיוחד וואס ר’ מאטעלע האט גוזר געווען. האט ער אים גילאזט רופן ר’ שלמה און האט אים געזאגט: הער אויס. דו ביזט געווען מוכן דו זאלסט זיין א רבי פון ששה [? ששים] רבוא חסידים האט די ר’ מאטעלע דאס פארזעהען. זאג איך דיר צו דאס וועלסט האבען א תלמיד וואס וועט זיין שקול כנגד די ששה [? ששים] רבוא. דאס איס געווען ר’ שלום בעלזער.
י.פ) סאנצער רבי