צום אלטען באהאשער איז געקומען א גביר פון רוסלאנד וואס
האט געהאט א געוואוקס פון פלייש וואס האט אים נאכגעהאנגען
פון דעם בריים פון דעם אויג ביז צו דער באק. ער איז
שוין געווען אויס א וועלט פון דאקטוירים און אלע האבען אים
געזאגט – דאס דאס געוואקס איס א פיסטעל און אז מען וועט
עס אפערירען וועט דאס אויג אים פלאצען.
דער רבי האט אים געהייסען צוקומען צום פענסטער, אנגעטאפט
דאס שטיק פלייש און אים געזאגט: דאס איז נישט קיין פיסטעל –
נאר א בראדאווקע. איך וועל דיר געבען א בריף צו מיין לייב-
דאקטאר טויסיג אין יאסי אז ער זאל דיך אפערירען.
איז דער ייד געפארען קיין יאסי צו דעם דר. טויסיג דער
דאקטאר האט אים באקוקט און האט געזאגט: דער ראבינער
איס טאקע א גרויסער ראבינער – אבער א דאקטאר בין איך –
די דיאגנאזע איז א פיסטעל און עס איס פאראן א געפאר דאס דאס
אויג זאל פלאצען.
פארט שוין דער ייד צוריק קיין באהאש און דער רבי זאגט
אים דאס דער דאקטאר האט געהאט אן טעות – אז ער זאל
נאכאמאל צוריקפארען.
קומט דער ייד צום דאקטאר – זאגט אים דער דאקטאר –
אויב די האסט יא אזוי פיל בטחון אין דעם רבין – שרייב
דיך אונטער איידער דו מאכסט די אפעראציע דאס דו
נעמסט די גאנצע פעראנטווארטליכקייט אויף דיר.
טעלעגראפירט דער ייד נאך באהאש און בעקומט באלד אן
ענטפער – אז ער זאל מאכט מאכען די אפעראציע און מעג זיך
אונטערשרייבען.
אין מיטען דער אפעראציע רופט זיך אן דער
דאקטאר: דער רבי איז א דאקטאר – נישט איך – דאס אויג
איז פאלקאמען געזונד – און די אפערציא איז אין גאנצען
געלונגען.
דער ייד וואס האט דער ציילט די מעשה האט געזען
דעם גביר – מיט געזונד צווי אויגען.
י.פ) אייזיק בראנשטיין
(געהערט פון זיין פאטער)