ר’ ישראל מרדכי טייטעלבוים האט דערציילט דאס ער האט די מעשה געהערט פון ר’ נחום בער סאדיגורער:
דער אבטער רב האט געהאט א ברודער וואס איז געהרגעט געווארען פון גוים.
עס איז געווען פרייטאג ביי נא ווען מען האט אים דעם מת העריינגעבראכט צום אבטער אין בית המדרש און מען האט אים געלעגט אין דער ווייבערישער שול.
בשעת דער אבטער האט געמאכט קידוש פרייטאג צו נאכט האט זיך דער מת אויפגעשטעלט מלא קומתו און נאך קידוש ווידער געבליבען ליגען.
די מעשה האט מען דער ציילט דעם אלטען סאדאגארער רבי’ן. האט ער געפרעגט: עס וואלט געוועןאינטערעסאנט צו וויסען ווי אזוי די מעשה איז געווען און מען זאל פרעגען אלטע חסידים צו איז דער מת נאך קידוש זיך אנידערגעלעגט אדער ער איז געפאלען.
האט מען דעם סאדעגארער געפרעגט למאי נפקא מינה?האט ער געענטפערט: מיר איז דאס א גרויסער נפקא מינה.
י.פ)
יעקב טייטעלבוים