ר’ יעקב יוסף’ס (אוסטראהער) דרך איז געווען מעלה צו זיין די קליינסטע מדרגה פון א יידן און צו דערהויבען זי.
ער האט זיך אמאל אנגערופען: אז א ייד פארווארפט דעם {טליס} [טלית] אויף די אקסעלן און פארשפרייט די פעדעם פון די ציצית איז ער גלייך צו דעם קלעזמער ווען ער העבט אן צו שפילען. דער קלעזמער פרוווט די שט סטרונעס פון דער פידעל עדער ער העבט אן צו שפילען די מוזיק – און אז ער טוט דאס פאנגט שוין אן דער עולם צו שרייען: אָט, אָט העבט מען שוין אן צו שפילן.
דארף מען זיך בארעכענען: די סטרונעס פון א פידעל זענען די אדערן פון אן אקס און the bow of the violin ________ איז געמאכט געווארען פון דעם וועדעל פון א פערד. אבער אז מען רייבט איינער אין דער אנדערער ווערד א שמחה אז אפילו קיסרים העבען אן צו טאנצען.
על אחת וכמה אז א ייד העבט אן צו דערלעגען דעם טליס און די פעדעם פון די ציצית וואס זענען געגליכען צו די סטרונעס פון א פידעל –} וועד{ [ווערד/ווערט] א געלויפעריי און געשריי אים הימעל פון די שרפים און חיות הקודש און זיי שרייען: זעט, זעט! אט, אט וועט א ייד זאגען א ברכה להתעטף בציצית
י.פ)
קינעווער רבי