ר’ יעקב לינסקער איז דעם גאנצען טאג עוסק געווען אין תורה און זיין רביצין האט געפירט א שניטווארען געשעפט.
איינמאל האט זי געמוסט אוועגפוהרען און האט געלאסט ר’ יעקב אין דעם קראם. איז ער העריינגעקומען אן ארמער מאן און געבעטען א נדבה. ר’ יעקב איג איז געווען א גרויסער בטלן און האט נישט געוואוסט א צורת מטבע. האט ער געזען אין לאדען עטלעכע גולדענע ריינדעלעך – האט ער געפרעגט דעם בעטלער – איז דאס גענוג. דער בעטלער האט אוודאי געזאגט אז יא און ר’ יעקב האט אים געגעבען א ריינדעל. דער בעטלער האט פארשפרייט די ידיעה דאס ר’ יעקב גיט נדבות אויף אזא גרויסען אופן – און א גאנצער עולם שנארערס און בעטלער איז געקומן צו לויפען צו ר’ יעקב’ס לאדען און יעדעם האט ער געגעבען צו א ריינדעל.
אז די ריינדלעך האבען זיך אוסגעלאזט האט ער זיך ענטשולדיגט און געפרעגט צו ער מעג זיי געבען שניט סחורה אנשטאדט געלד. און פארשטייט זיך אז די בעטלערס האט עס נישט געארט אז מען גיט זיי צו עטלעכע מעטער שניט סחורה. באלד איז דאס געשעפט געווען ליידיג – נישט קיין ריינדעל – נישט קיין סחורה.
אז די רביצין איז צוריגגעקומען – איז איר פינסטער געווארען פאר די אויגען. זי האט אנגעהויבען צו געוואלדעווען שטייטס – ער האט זי אומגליקליך געמאכט.
זאגט ר’ יעקב לינסקער צו איר: איך פארשטיי דיך נישט. איך זע דיך יעדען טאג אוועגגעבען סחורה צו גוים און די מאכסט גאר נישט א רעש. נו, מעג איך דאך דאס זעלבע טוען צו יידן.
י.פ) ר’ משה כהן