ר’ חיים סאנצער האט זיך מפרנס געווען דארך האנדעל מיט ווייסען ליינוואנד. דאס הייסט די רביצין האט גיהאנדעלט מיט ר’ אפרים זלמן מרגליות פון בראד.
אמאל האט זיך די רביצין איינגעטאן אין א סכסוך מיט ר’ אפרים זלמן’ס פירמא. עס האט זיך {איך} [איר] געדאכט דאס מען איז איר שולדיג 80 גולדען. זי האט געהאלטן אין איין טענען אבער עס האט נישט געהאלפן.
האט זי זיך איינגעשפארט דאס זי וויל דאס ר’ חיים זאל אליין פארען מיט איר קיין בראד זיך אדער דארכרעדען מיט ר’ אפרים זלמן אדער לאדען אים צו א דין תורה.
לכתחילה האט ר’ חיים נישט געוואלט צוליב ביטול תורה אבער זי האט אים אזוי געמוטשעט ביז ער איז איינגעגאנגן דארויף.
אז ער איז געקומען קיין בראד און אריינגעגאנגן צו ר’ אפרים זלמן האט ער באלד אנגעהויבען מיט אים צו רעדן אין לערנען, און דאס האט געדויערט שעה’ן. דערנאך פרעגט אים ר’ אפרים זלמן – “וואס זענט איר עפעס געקומן קיין בראד.[“] האט אים ר’ חיים דערציילט וועגן דעם סכסוך וואס זיין רביצין האט מיט דער פירמא. זאגט אים ר’ אפרים זלמן דאס ער איז געווען שוין עטלעכע יארן נישט אין געשעפט אבער צוליב אייך וועל איך גיין און שליכטן דעם סכסוך. סיי ווי סיי גלויב איך אייך און איז געגאנגן אין געשעפט און האט געהייסן אויס צאהלען דער רביצין די 80 גולדען.
י.פ) סאנצער רבי