דער תולדות איז אמאל געקומען צום בעשט.
איידער ער איז אריינגעקומען צום בעש”ט האט ער געזען ווי עס דרייט זיך ארום אין שול א שיינער יונגער מאן – מיט אן אויסער=געווענליכער הדרת פנים. וואס עס איז אים שטארק געפעלען.
איז ער צוגעגאנגען צו אים און גיט אים שלום און פרעגט אים:
יונגער מאן פון וואנעט ביסטו?
ענטפערט דער יונגער מאן: אז איר וועט מיר זאגען וואס איז
אייך געלעגען פון וואנעט איר זענד איך בין {וויל} [וועל] איך
אייך זאגען.
דער תולדות האט אים נאכאמאל געפרעגט און ער ענטפערט
דאס זעלבע.
לסוף זאגט אים דער תולדות:
אז מען נעמט אויף א שוחט פרעגט מען אים: אויף וויפיל
זיצט איר.
דאס זעלבע ביי א רב – אויף וויפיל זיצט דער רב?אויף וואס פאר א פרנסה זיצט דער רבונו של עולם. עס איז דאך דא א פסוק דארויף “אתה קדוש יושב תהילות ישראל”.
וואס מיינט דער פסוק?
אז צוויי יידען קומען זיך צוזאמען – פרייגט איינער דעם אנדערען: ווי אזוי געט אייך? ענטפערט דער אנדערער: געלויבט דעם השם יתברך!
דאס מיינט דער פסוק – דער רבונו של עולם זיצט אויף די
תהילות פון כלל ישראל.
אז דער תולדות איז שפעטער געקומען צום בעש”ט דער ציילט
ער אים וואס עס האט זיך איםגעטראפען.
רופט זיך אן דער בעש”ט – בעט דעם יונגען מאן ער זאל צו אונז קומען.
אז ער איז אים געגאנגען זוכען האט מען קיינעם נישט געטראפען.
האט זיך דער בעש”ט אנגערופען: דאס איז געווען
אוודאי אליהו הנביא – ער האט געוואלט הערען אייערער תורה
דאפאר האט ער נישט געוואלט אייך זאגען פון וואנעט ער איז
ביז איר וועט אים זאגען אייערע תורה.
י.פ)
אייזיק בראנשטיין