ר’ אברהם אשר איז געווען ר’ נחום טשערנאבעלער’ס איידעם (ר’ נחום’ס טאכטער מלכה איז געווען זיין פרוי).
ר’ נחום האט געטון שידוכים פאר ר’ אברהם אשר’ס טאכטער איז ער געווען ביי ר’ שלום שלמה דעם סאווראנער מגיד און האט געוואלט זיך מיט אים משדך זיין.
דער סאווראנער מגיד האט געהאט צוויי זין –
דער שפעטערדיקן {באדערער} [באנדערער? =בנדר, מולדובה] רב וואס איז דעמולט געווען צוויי יאר אלט און דעם שפעטערדיקן סאווראנער רב וואס איז געווען יונגער – איין יאר אלט.
[בגליון:]?
ר’ נחום האט געוואלט דעם סאווראנער פאר איין איידעם ווייל ער האט געזאגט ואולם אחיו הקטון יגדל ממנו.
ביי דעם שידוך האט ר’ נחום געוואלט אויסרעכענען יחוס. דער סאווראנער מגיד האט געשטאמט פון קאנסטאנטינאפעל. האט ער זיך בארימט דאס זיין יחוס ציעט זיך פון ר’ דניאל רופא – זייענדיק זיין אייניקעל.
האט זיך ר’ נחום אנגערופען: מער דארף איך נישט.
י.פ)
פנחס לאנדוי