געהערט פון דעם טארנער רב
דער באר מים חיים – רב אין טשערנאוויטץ – בשעת ער איז געווען 33 יאר אלט איז געווען א חולה מסוכן און מען האט שוין גערופען די חברא קדישא און מען האט שוין געהאט אנעצונדען לעכט.
פלוצלינג האט ער זיך אויפגעכאפט און געבעטען מען זאל אים געבען וואסער אויף צו וואשען די הענד און האט דער=ציילט די מעשה:
מען האט מיך שוין אים בית דין של מעלה דן געווען צו מיתה. דער באר מים חיים האט זיך אבער געווייגערט צו שטח אוועגצוגען פון דעם עולם. אין בית דין של מעלה איז געזעסען ר’ מעכעלע זלאטשאווער דער רבי פון דעם באר מים חיים אבער ר’ מעכעלע האט אים געזאגט דאס ער קען פאר אים גאר נישט טוען – איך וועל די אבער צייגען א וועג צום בעש”ט.
אז ער איך איז געקומען צום בעש”ט בעטען רחמים פרעגט אים דער בעש”ט: וואס פאר א שייכות האסט דו צו מיר.
האט דער באר מים חיים דערציילט דעם בעשט דאס ר’ מעכעלע פלעגט שלש סעודות זיצען ביס שפעט אין דער נאכט אין גרויס דביקות אין גרויס פארטראכטעניש. איינמאל האט ער זיך אזוי פארדבקעט און פארטראכט אז ער איז געבליבען זיצען ביז עס האט געטאגט. פלוצלינג איז ר’ מעכעלע געקומען צו זיך און דערזעענדיג דאס עס טאגט שוין האט ער זיך אנגערופען צום עולם: לאמיר גען בענשען. דער באר מים חיים האט אבער ר’ מעכעלע דערמאנט דאס ער האט נישט נאכגעפאלגט זיין שטענדיגן מנהג אויףי עדען שלש סעודות נאכזאגען א תורה פון דעם בעשט. האט ר’ מעכעלע אים נאכגעגעבען דאס ער איז גערעכט אין האט נאכגעזאגט א ווארט פון דעם בעש”ט.
ווענדעט זיך דער באר מים חיים צום בעשט: אזוי האב איך דאך גורם געווען דאס ר’ מעכעלע זאל דערמאנען אייערע א תורה האב איך דאך שוין א שייכות מיט אייך און דאפאר פאר מיר פועלען א טובה.
האט זיך דער בעשט אנגערופען: עס איז כבר נגזרה הגזרה אבער בייג אָן דיין קאפ וועל איך דיך בענשען אפשר וועט מיין ברכה העלפען.
און אין דער רגע וואס דער בעש”ט האט איים געבענשט האט ער זיך אויפגעכאפט און געזאגט:
איך וואלט שוין די מינוט געקענט אויפשטיין פון דעם בעט אבער צוליב איין עין הרע וועל איך נאך בלייבען א וויילע אין בעט.
י.פ) יעקב טייטעלבוים